27.3.09

11.3.09

געטיִער פֿאַל

טױזנטער יאָרן האָבן פֿילאָסאָפֿן געגלױבט אַז װיסן איז באַרעכטיקטער אמתער גלױבן
געטיִער איז אַ פֿילאָסאָף װאָס האָט אױסגעטראַכט פֿאַלן אַזױ װי עפּעס קענט זײַן אַ באַרעכטיקטער אַמתער גלױבן און ניט זײַן
װיסן
:אָטאָ איז אַ משל פֿון אַ געטיִער פֿאַל
שמואל גײט איעם עמפּײַער סטײַט בנינס ליפֿט אַרײַן. צװישן דער ערשטער און צװאַנציקער גאָרנס ברעכט ער אױס.
אינגיכן ראַמט שמואל אױף זײַן ברעכעכץ. ער ראַמט אױף אַזױ גוט אַז קײנער װעט װיסן אַז ער האָט אױסגעבראָכן.
אַפֿילו דער ליפֿטס לופֿט שמעקט װי בלומען
דער ליפֿט קומט אָן אױפֿן צװאַנציקן גאָרן.
קיש קומט אַרײַן אינעם ליפֿט.

די טירן פֿאַרמאַכן זיך און תּיכּף קיש ברעכט אױס

אי שמואל אי קיש װיל נישט אױפֿראַמען דער ברעכעכץ.

דער ליפֿט קומט אָן אױפֿן פֿערציקן גאָרן און קיש איז אַרױס.

שמואל בלײַבט אינעם ליפֿט מיטן ברעכעכץ.
דער ליפֿט קומט אָן אױפֿן פֿופֿציקן גאָרן.

פּלוני קומט אינעם ליפֿט אַרײַן.

ער זעט דעם ברעכעכץ, און גלױבט אַז שמואל האָט אױסגעבראָכן אינעם ליפֿט.
פּלוניס גלױבן איז אי באַרעכטיקט אי אַמת.

!אָבער עס איז ניט װיסן

ייִד זײַן

אַ מאַמע מיט אַ קינד פֿאָרט אױף אַן אױטאָבוס פֿון תּל־אבֿיבֿ קײן ירושלים. די מאַמע רעדט צו איר קינד אױף ייִדיש, און דאָס קינד ענטפֿערט איר אױף עבֿריתּ. די מאַמע זאָגט אים, "ענטפֿערן מיר אױף ייִדיש", אָבער די גאַנצע נעסיע רעדט זי אױף ייִדיש, און דאָס קינד ענטפֿערט אױף עבֿריתּ.
דער אױטאָבוס קומט אָן אין ירושלים און אַ מענטש פֿרעגט בײַ דער מאַמע, "פֿאַר װאָס װילסטו אַז דײַן קינד זאָל דיר ענטפֿערן אױף ייִדיש? ער רעדט דאָך עבֿריתּ.
"זאָגט די מאַמע, "איך װיל אַז מײַן קינד זאָל געדענקן אַז ער איז אַ ייִד
.איך האָב די דאָזיקע מעשׂעלע געהערט נעכטן בײַ נאַכט בײַם נײַם ייִדישן רעפּעטואַר
(אױף ענגליש)

אמת


אין אַסראָנאָמישע פֿראַגן דאַרף מען זיך צוהערן צו דעם, װאָס עס זאָגט דער
אַסטראָנאָם. אין פֿראַגן פֿון אינטערנאַציִאָנאַלער פּאָליטיק זענען מיר
אַלע, אָן אַן אױסנאַם, עם־הארצים גמורים

חײם זשיטלאָװסקי