19.7.09

באָטװין

װען ס'גײען צום קריג רעפּובליקס־באַטליִאָנען,
װען ס'בלוטיקט די ערד און עס קנאַלט דער דינאַמיט,
באַגלײט אַ געזאַנג די צעפֿלאַטערטע פֿאָנען:
דאָס גײען די באָװינס צו דער שלאַכט מיט אַ ליד.
אַ ליד פֿון האָפֿענונג און זיג פֿון מיליִאָנען,
װאָס װילן לעבן אין פֿרײהײט און רעכט,
װאָס שיקט אונז שטורמען דעם שׂונהס קאַנאָנען
און פֿירט אונז דרײסטע צום לעצטן געפֿעכט

נאָ פּאַסאַראַן!

כאָר:
מיטיק, פֿאָרױס צום שטורעם צום אַטאַק
גײען מיר, באָטװיניסטן!
מיט דער אינטערנאַציאָנאַל,
מיט אונזער פֿאָלקסאַרמײ

אונז אײניקט דער האַס צו די ברױנע באַנדיטן
װאָס װילן פֿאַרקנעכטן דאָס שפּאַנישע לאַנד
מיר װעלן די גרין־רױטע פֿעלדער פֿאַרהיטן
מיט פֿאָנען פֿון אײנהײט און מיט ביקס אין דער האַנט
און אין דער ברידער־רײ פֿון פֿעלקער און ראַסן,
װאָס װילן מער נישט פֿאַרשלקאַפֿונג און נױט,
שמידן מיר אױס דאָס געװער פֿון די מאַסן
דער פֿרײהײטס־פֿאָלקפֿראָנט פֿון שלום און בױט

נאָ פּאַסאַראַן!

כאָר

מיר װעלן נישט לאָזן פֿון האַנט די געװערן,
אַזױ האָט געלערנט אונז באָטװין, דער העלד,
ביז ס'װעט אונז די צוקונפֿט אין גאַנצן געהערן,
ביז ס'װעט אַ באַפֿרײַטע זיך צערבליען די װעלט.
און אין די נײַע און קריגסלאָזע צײַטן
װעט מען דערמאָנען אױך אונזער פֿאַרמעסט,
װי ס'האָבן ייִדישע באָטװין סאָלדאַטן
פֿאַרטרײַבן װײַט די פֿאַשיסטישע פּעסט.

נאָ פּאַסאַראַן!

כאָר