22.11.09

דאָס פֿאָלק: די צוקונפֿט פֿון ייִדישיזם



מחוץ די חסידישע מחנות איז ייִדיש שױן אַ שפּראַך אָן אַ פֿאָלק. אָבער מע מוז קלאָר פֿאַרשטײן אַז ייִדיש שטאַרבט נישט און װעט קײן מאָל נישט שטאַרבן. באמת קענט ייִדיש װײַטער לעבן פּונקט װי ליטײַן לעבט הײַנט. מע קענט זיך לערנען ליטײַן אין די שולן און אוניװערסיטעטן און מסתּמא עס הערן אין אַ גאָר "פֿרומער" געגנט. אָבער מוז מען מודה זײַן אַז ליטײַן איז הײַנט אָן איר פֿאָלק, ד"ה אָן רױמער. די װאָס זיך לערנען ליטײַן װערן נישט רױמער אפֿילו אױב זײ זענען געבױרען געװאָרן אין רױם!
פּונקט אַזױ איז דער מצבֿ פֿון די װאָס קומען צו ייִדיש דורך קלאַסן אין די אוניװערסיטעטן. זײ װערן נישט "ייִדן" אפֿילו אױב זײערע באָבע־זײדעס זענען יאָ געװען "ייִדן". יענע סטודענטן און אפֿילו ייִדישיסטן בלײַבן יהודים אָדער ישׂראלים. פֿאַרשײט זיך, קענען מיר נישט אָפּלײקען די װערט פֿון אַקאַדעמיע בכּלל און די סטודענטן פֿון ייִדיש בפֿרט. מע דאַרף פֿאַרשטײן אַז אַלײן זענען זײ נישט קײן לײזונג. אָן אַ פֿאָלק צװישן װאָס אױסצולעבן אױף ייִדיש איז דער שפּראַך װאָס איז געלערנט אין די קלאַסצימערן אָדער אפֿילו געזױגען מיט די מאַמעס מילעך פֿאַרדאַמט צו צעקאַליעטשונג אונטער די השפּעות פֿון די "גרױסע" לשונות אין װעלכע סבֿיבֿות רעדערס געפֿינען זיך. למשל איז עס גרינג צו הערן בײַ דער ייִדיש־װאָך אַ ייִדיש װאָס איז בקיצור אַ רײן איבערגעזעצט ענגליש. יענע ייִדיש־װאָכניקס (איך בתוכם) זענען נישט שולדיק אין זײער שפּראַכס אָרעמקײט. באמת איז זײער שפּראַך אַ קלאָר אָפּשפּיגלונג פֿון דער געזעלשאַפֿט צװישן װאָס זײ װױנען און דװקא רעדן ייִדיש. אָבער איז פֿאַר יענער געזעלשאַפֿט שױן פֿאַראַן אַ פּאַסיק שפּראַך — אַמעריקאַן־דזשוּיש ענגליש (אָדער שפּאַניש, רוסיש, וכּדומה). בקיצור אױב ייִדיש האָט געפּאַסט פֿאַר אַזאַ געזעלשאַפֿט װאָלט קײן ייִדן נישט אָנגעהױבן צו רעדן ענגליש. לײדער, פּאַסט ייִדיש נישט. פֿאַר װאָס זאָלן ייִדן רעדן צװײ שפּראַכן אױב אײנער פֿון זײ איז אַ כּמו־איבערזעצונג פֿון דער אַנדערער? װי אַזױ קענען מיר דאַרװאַרטן אַן אַנדערער מצבֿ אױב מיר האָבן נאָר אײן געזעלשאַפֿט אָפּצושפּיגלן מיט אונדזערע לשונות? אַ ייִדיש װאָס אי באַגרענעצט צום יחיד אָדער משפּחה און אַנטװיקלט אין אַ יחידישע, ישׂראלי, אָדער גױישע געזעלשאַפֿט שטײט אין אַ סכּונת־נפֿשות. ייִדיש אָן ייִדישקײט איז שױן אונדזער באָבעס דאגה, אַ ייִדיש אָנע
"ייִדן" איז אונדזערע. הײַנט ייִדיש מאָנט אַ פֿאָלק צו רעדן איר און אַנטװיקלן איר אין אַ "ייִדישע" סבֿיבֿה אי אין דער הײם אױף דער גאַס. אַ סתּם סכום רעדערס איז נישט קײן פֿאָלק פּונקט װי אַ "רעדער" איז נישט קײן "ייִד". דערפֿאַר קענען מיר זאָגן אַז דער מצבֿ פֿון דער שפּראַך טאָר נישט זײַן אונדזער פֿאָקוס, נאָר מע מוז פֿאָקוסירן אױפֿן מצבֿ פֿונעם ייִדישן פֿאָלק און איר אינהאַלט. קודם־כּל מוזן מיר פֿאַרשטײן אַז אַ ייִדיש װאָס לעבט אַ שאָטן־קיום צװישן צעזײטע און צעשפּרײטע יחידים און משפּחות איז פֿאַרמשפּט צו אַ שאָטן־צוקונפֿט און אַ מיאוסע פֿאַרשװאַכונג און אונטערגאַנג. אַ געזונטער קיום און עתיד פֿאָדערט אַ "ייִדישע" פֿאָלק. לײדער איז יענע פֿאָלק געװען אױסגעהרגעט, צעברענט, און באַגראָבן אין אײראָפּע, דערשטיקט אין ראַטנלאַנד, גערודפֿט אין פּאַלעסטינע און מדינות ישׂראל, און פֿרײַװילק אַסימילירט אין אַמעריקע. אַהוץ די חסידישע שאַרבן לעבט זי נאָר אינעם עבֿר. דערפֿאַר זאָלן אונדזער הױפּט ציל זײַן די באַפֿרײַונג פֿונעם ייִדישן פֿאָלק פֿון איר געשיכטלעכן גלות.
בכּדי צו מקײם זײַן אַזאַ ציל װעלן מיר דאַרפֿן איבערמאַכן יהודישע, [עקס־]חסידישע, און ישׂראלי "אימיגראַנטן" צו "ייִדן". אָבער יענע ’אימיגראַנטן‘ װעלן קײן מאָל נישט זײַן צוגעצױגן צו פֿאַרלאָזן זײערע געװעזענע פֿעלקער אױב זײער נײַע פֿאָלק קענט נישט צוזאָגט אַ לעבן אָדער אַ חלום װאָס איז בעסער אָדער כאָטש מער אינטערעסאַנט פֿון זײערע הײַנטצײַטיקע לעבנס/פֿעלקער.
ס'איז קלאָר אַז די פֿולשטענדיקע באַפֿרײַונג פֿון אונזער פֿאָלק איז אוממעגלעך אין די ערטער/ייִשובֿים װוּ ייִדן (ד"ה יהודים, ישׂראלים, וכּדומה) האָבן שױן אַ פֿאָלקסלעבן און שפּראַך װאָס פּאַסט פֿאַר אַזאַ לעבן (ענגליש/עבֿרית/שפּאַניש/רוסיש). דער מצבֿ פֿאָדערט אונדז צו זוכן מחוץ אַזעלכע לענדער צו שאַפֿן אַזאַ ייִשוב.
אַװדאי איז עס נאַרישקײט צו דערװאַרטן אַ טעריטאָריע איצט. די װעלט מצבֿ צװינגט נישט אַזאַ אױסװעג פֿון אונדזערע צרות. בשעת דאָס ייִדישע פֿאָלק בלײַבט אינעם געשיכטלעכן גלות, דאַרפֿן מיר גרײטן אױף איר באַפֿרײַונג און אומקערן צוּ דער הװה. דער מצבֿ װעט אונדז נישט דערלױבן צו גײן אױפֿן ראַדיקאַלסטן װעג (דער עטאַבלירונג פֿון אַ ייִדיש־טעריטאָריע), דאַרפֿן מיר קלעקן מיט קלײנע ממשותדיקע טריטלעך.
די גרײטונג־פּראָגראַם װעט אָנהײבן מיט אַ זומער פּראָגראַם. אױף 3 הדשים װעלן יוגנע ייִדיש רעדערס קומען צוזאַמען צו לערנען לאַנדװירטשאַפֿט און באַשאַפֿן אַ ייִדישע קולטור. דאָס טאָר נישט זײַן אַ רײן ייִדישיסטישע אונטערנעמונג, מוז מע צוציִען די פֿײַערדיקע כּוחות פֿון די חסידישע און עקס־חסידישע יוגנט. מע װעט ניט נאָר שאַפֿן אַ לעבעדיקע אָרט פֿאַר ייִדיש, נאָר צונױפֿנברענגן די צװײ ייִדישע װעלטן אין אַ אָרגאַנישע און חברלעכער סבֿיבֿה.
מע דאַרף אײַער הילף צו פֿאַרװירקלעכן אונדזער ערשטע טריט! מע טאָר נישט דערלױבן אונדזער נאַציאָנעל קיום צו ממשיך זײַן "אָן אַ זין און אָן אַ ציל, בלױז לױטן באַפֿעל פֿון געשיכטלעכן פֿאַטום"
שטעלט זיך אין פֿאַרבינדונג מיט ישׂראל באַס
yisroel@yugntruf.org




No comments: