27.5.09

פּראָפּ 8


נעכטן האָט דאָס העכסטע געריכט אין קאַליפֿאָרניע באַשלאָסן אַז פּראָפּאָזיציע אַכט גײט נישט קעגן די שטאַטס קאָנסטיטוציע. דאָס הײסט אַז האָמאָסעקסועלע מענטשן אין קאַליפֿאָרניע קענען נישט חתונה האָבן (אָבער אַן ערך 18,000 װאָס האָבן שױן חתונה געהאַט קענען בלײַבן מאַן און מאַן און װײַב און װײַב). דאָס געריכטס פּסק איז גאָר אַ נאַרישע, אַפֿילו אַז 52% פֿון קאַליפֿאָרניעס שטימערס האָבן געשטימט פֿאַר פּראָפּ אַכט. ס'איז שױן צײַט אַז אַלע מענטשן זאָלן האָבן גלײַכבאַרעכטיקונג
.
אַפֿילו די װאָס זײַנען קעגן חתונה בכּלל מוזן מודה זײַן אַז דער אמתער קאַמף קעגן חתונה קענען נישט אָנהײבן ביז אַלע זײַנען ביכולת חתונה צו האָבן. מע קענט פֿאַרגלײַכן די מצבֿ מיט דאָס פֿון די אימיגראַנטן װאָס מאַרשירן דעם ערשטן מײַ פֿאַר דעם רעכט צו בלײַבן דאָ אין לאַנד און אַרבעטן. ביז מע האָט די באַזישע רעכטן קענט מען נישט קעמפֿן מיט די גאַנצע כּוחות פֿאַר די גרױסע רעכטן און פּרינציפּן.

13.5.09