10.8.09

ייִדישיסט־פּרעסע מלחמה


כ'האָב ספֿקות בנוגע קאָמענטירן אױף אַלע שלעכטע/נאַרישע שמוץ װאָס אַזעלעכע מענטשן שרײַבן מכּוח ייִדיש. אַזעלכע מײנונגען זענען טיף אין די בײנער פֿון יענע מענטשן. אפֿילו אױב מענטשן זיך לערנען אמת פֿון אונזער כּעס, װעלן זײ מסתּמא נישט זיך לערנען ייִדיש און אפֿילו אױב זײ װאָלט, װאָלט זײ דאַרפֿן עוקר־דירה זײַן קײן ניו־יאָרק צו געפֿינען עפּעס אַ קהילה פֿאַר זײער נײַעם לשון. מע דינט בעסער ייִדיש דורך מעשׂים און אױפֿבױען אונזער קהילה, נישט דורך ברוגזדיקע קאָמענטאַרן אױף װעבזײַטלעך. ס'איז קלאָר אַז די ציוניסטן, אַסימילירטע, און אַנדערע שׂונאים פֿון ייִדיש האַלטן די מאַכט אין די פּרעסע. מיר קענען נישט דערװאַרטן קײן נצחון אין אַזאַ'ן אַרענאַ. מיר קענען נאָר בעטײטיקן ייִדיש אױף דער גאַס. אין דער אַנאַרכיסטישע אופֿן , זאָלן אונזער פּראָגראַם זײַן געבױט אױף דער לאָזונג "פּראָפּאַגאַנדע דורך מעשׂים [טובֿים]"


אױב מע זײט ממשיך מיט דער אַמאָליקע פּראָגראַם, װעלן מיר גאָרנישט נישט אױפֿטוען פֿאַר אונדזער באַװעגונג און חס וחלילה אױסזען װי רוגזישע פֿאַנאַטיקערס אין די אױגן פֿון די שױן אומאינטערעסירטע.

1.8.09

געשעדיקט


קאָסמאָס מאָדנעקײט