12.3.08

מעשׂה

שבת פֿאַרנאַכט. דאָס גאַנצע שטעטל איז אין שול. ס'איז די צײַט װען מען זאָגט תּהילים. אַ ייִד שטײט פֿאַרן עמוד און זאָגט פֿאָר, הױך אױפֿן קול, און אַלע זאָגן אים נאָך מיט אַ ניגון. ס'איז גוט פֿינצטערלעך. מע זאָגט דעם תּהילים אױף אױסװײניק. מע זאָגט מיט אַ האַרציקן טרױעריקן ניגון. די פֿענצטער פֿון די שול זײַנען אָפֿן. טראָגט זיך דער ניגון אַרױס און דערגרײכט צו די אױערן פֿון אַ ייִנגל. װאָס שטײט באַהאַלטן אין פֿאָרהױז פֿון זײַן טאַטנס שטוב. דאָס ייִנגל איך צעשראָקן: אַלע ייִדן זײַנען אין שול און זאָגן תּהילים, טוען תּפֿילה צו גאָט, און זײַן טאַטע איז אין דער הײם, שטײט גאָר בײַם פֿענצטער און לײענט מיט אַ ניגון פֿון תּהילים דײַטשישע לידער פֿון שילער און געטע. עס באַפֿאַלט דעם ייִנגל אַ שרעק. גאָט װעט דאָך ניט פֿאַרשװײַגן דעם טאַטנס זינד. דער טאַטע װעט דאָך גוט באַשטראָפֿט װערן אױף יענער װעלט. מע װעט אים שמײַסן ניט אײַזענע ריטער. דאָס ייִנגל װײנט אין זיך. װי ראַטעװעט מענ דעם טאַטן פֿון אַזאַ אַומגליק?ס'איז געװאָרן גוט פֿינצטער. דער ניגון אין שול האָט זיך אײַנגעשטילט. דער טאַטע האָט פֿאַרמאַכט דאָס בוך. אין אָנגעהױבן זיך קלײַבן אין שול. דאָס ייִנגל האָט פֿרײַ אָפֿגעאָטעמט. דער טאַטע איז נאָך ניט אַזױ שטאַרק זינדיק, ער גײט דאָך אין שול. אין שול האָט ער נאָכגעקוקט דעם טאַטן צי ער דאַװנט. יאָ, ער דאַװנט טאַקע. גײַם ייִנגל איז אָראָפּ אַ שטײן פֿון האַרצן.אױף מאָרגן האָט דאָס ייִנגל װײַטער געכאָפֿט דעם טאַטן באַ אַן עבֿירה. ס'איז געװען גאַנץ פֿרי. מע האָט געשטעלט דעם סאַמאַװאַר און די מאַמע האָט צוגעשטעלט קאָכן קאַרטאָפֿל. דער טאַטע האָט אָנגעטאָן טלית און תּפֿילין און זיך געשטעלט דאָװנען. די מאַמע האָט זיך געפֿאָרעט אַ װײַלע אין שטוב און איז אַרױס אין מאַרק. װי נאָך די מאַמע איז אַרױס פֿון שטוב, האָט דער טאַטע אױסגעטאָן טלית און תּפֿילין, און זיך געזעצט בײַם טיש און זיך פֿאַרטיפֿט אין אַ דײַטש ביכל.דאָס ייִנגל איז געבליבן שטײן אַ פֿאַרציטערטער. דער טאַטע האָט דאָך גאָרניט געדאַװנט! שפּעטערצו האָט דאָס ייִנגל זיך נאָך מער דערשראָקן:ער װאָלט געשװאָרן, אַז װען דער טאַטע האָט זיך געװאָשן האָט ער ניט געמאַכט קײן ברכה. דאָס ייִנגל איז געזעסן בײַם טיש און זיך געװאָרגן מיטן ביסל.װײ, װײ נאָך אַ מאָל, װי זינדיק דער טאַטע איז. װײס ער ניט, אַז גאָט װעט אים באַשטראָפֿן? אַ גאַנצן טאָג איז דאָס ייִנגל אַרומגעגאַנגענאַ צעשראָקענע. ער האָט זיך פֿאַרגעשטעלט װי נאָכן טױט זינדן אַלע, ער, אַבֿרהמל, די מאַמע, די ברידער, און שװעסטער, אין גן־עדן. זײַ עסן טײַערע פֿישן און גוטע פֿלײַשן. זײ גײען אָנגעטאָן אין גאָלד און זײַדנס. איבער זײ די בלױקײט פֿון הימל און העלקײַט פֿון דער זון יעדער האָט, װאָס זײַן האַרץ גלוסט, ער דאַרף נאָר אױסשטרעקן די האַנט װערט זײַן פֿאַרלאַנג דערפֿילט. מלאכים שװעבן אַרום גרײט. יעדן צדיק צו באַדינען.
אָבער ערגעץ טיף אין דער ערד ברענט אַ שטענדיק פֿײַער. דאָרטן שטראָפֿט מען די זינדיקע לאַפּיטוטן מיט לאַנגע עקן לױפֿן אַרום מיט אָנגעברענטע אײַזערנע ריטער. מע שלאָגט, מע שמײַסט, אַלע די װאָס זײַנען אױף דער װעלט ניט געװען פֿרום. און דאָס ייִנגל באַשטימט בײַ זיך: נײן, ער װעט ניט לאָזן דעם טאַטן אָפּקומען אױף יענער װעלט. ער װעט אים ראַטעװען פֿון גיהנום.
דאָס ייִנגל שפּילעט פֿאַנענדער זײַן רעקל, נעמט אָן אַ ציצה פֿון טלית־קטן. מיט די ציצה אין האַנט פֿאַר אַן עדות, שענקט ער אַװעק זײַן אײגענעם חלק יענע װעלט דעם טאַטן. דאָס ייִנגל באַרויִקט זיך, װיפֿל דער טאַטע װעט ניט זינדיקן װעט ער אַלץ האָבן
אַ חלק אױף יענער װעלט.
אין אָװנט פֿאָרן שלאָפֿן לײענט דאָס ייִנגל די תּפֿילה. ער לײענט פֿרום, צײלט די װערטער. ער זאָגט: "אין דײַנע האַנט גיב איך איבער מײַן נשמה", און שטעלט זיך אָפּ אַ דערשראָקענער. ער גײט שלאָפֿן און גיט איבער גאָט די נשמה. װי אַז גאָט װעט ניט װעלן אַומקערן אים צוריק די נשמה אין דער פֿרי פֿאָרן אױגשטײן? װי, אַז גאָט װעט װעלן אַז ער, אבֿרהמל, זאָל גאָר שטאַרבן הײַנטיקע נאַכט אין שלאָף? ער װעט שטאַרבן און קומען פֿאַר גאָט אַ נאַקעטער אָן מצװת. אַ נאַקעטע נשמה, װאָס האָט קעין אײן מצװה ניט, לאָזט מען ניט אַרײַן אין גיהנום אפֿילו. און ער, אַבֿרהמל, װעט דאַרפֿן זײַן אין כּף־הקל אַרומװאַנדערן איבער דער װעלט אָן אַ ציל. שטענדיק זיך אַרומשלעפּן איבער אַלע װיסענישן, װוּ טאָגן ניט נעכטיקן. אַ שױדער באַפֿאַלט דעם ייִנגל. און ער ברעכט אױס אין אַ געװײן. די שטוביקע דערשרעקן זיך. מע לױפֿט צו צום קינד, מע הױבט אים אָן אױספֿרעגן, װאָס טוט אים װײ. דאָס ייִנגל ענטפֿערט ניט. װי קאָן (קען) ער זײ דערצײלן דעם אמת װעגן טאַטן? אַלע װעלן זיך דערװיסן, אַז דער טאַטע איז אַ זינדיקער. פֿאַרגײט זיך דאָס ייִנגל אין אַ גרעסערן געװײן און
קױם מיט צרות געלינגט דעם טאַטן, אין דער שטיל, אַרױסצוקריגן פֿון ייִנגל דעם אמת. דער טאַטע לאַכט זיך אױס פֿון ייִנגלס שרעק. ער גיט זיך אַזױ שפּאַסיק אַ זאָג: ־ איך גיב דיר צוריק דײַן חלק פֿון יענער װעלט און מײַנעם אױך. דאָס ייִנגל שעפּטשעט שטיל: ־ דײַן חלק װיל איך ניט. דײַנעם ניט, און מײַנעם װיל איך אױך ניט צוריק אינגאַנצן. נאָר אַ העלפֿט נעם איך צוריק, איך זאָל ניט קומען קײן נאַקעטער אױף יענער װעלט. דאָס ייִנגל ענדיקט לײענען קריאת־שמע און שלאָפֿט אײַן מיט אַ קינדערישן, געשמאַקן שלאָף. דאָס ייִנגל, אבֿרהמל, איז דער איצטיקער באַרימטער שרײַבער אבֿרהם רײַזען. ער איז דאַן אַלט געװען אַ יאָר זעקס.

No comments: