10.5.08

דער האָלצהעקער און די זשאַבע

א
אַמאָל האָט אַן אָרעמער האָלטשעקער געהאַקט האָלץ לעבן אַ טײַך. די האַק איז אים אַרױסגעפֿאַלן גון די הענט און איז אַרײַנגעפֿאַלן אין װאַסער. האָט ער זיך אַװעקגעזעצט לעבן טײַך און האָט גענומען קלאָגן און װײנען. ער האָט ניט געהאַט קײן געלט מיט װאָס צו קױגן אַ צװײטע האַק.
װי ער זיצט אַזױ, רוקט אַרױס אַ גרױסע זשאַבע איר קאָפּ פֿון װאַסער און פֿרעגט:
־־ "פֿאַרװאָס װײנסטו?"־־ "מײַן האַק איז אַרײַנגעפֿאַלן אין װאַסער און איך האָב ניט מיט װאָס צו קױפֿן אַן אַנדערע."
די זשאַבע האָט זיך אַראָפּגעלאָזט אין װאַסער און אין אַ װײַל אַרום איז זי אַרױף מיט אַ גאָלדענער האַק.
־־ "איז דאָס דײַן האַק?" ־־ האָט זי אים געפֿרעגט.־־ "נײן," ־־ האָט דער האָלצהעקער געענטפֿערט.
די זשאַבע האָט זיך װידער אַראָפּגעלאָזט אין װאַסער און אין אַ װײַל אַרום איז זי אַרױף מיט אַ זילבערנער האַק.
־־ "איז דאָס דײַן האַק?" ־־ האָט זי אים געפֿרעגט.־־ "נײן," ־־ האָט דער האָלצהעקער געענטפֿערט.
צום דריטן מאָל האָט די זשאַבע זיך אַראָפּגעלאָזט אין װאַסער און אין אַ װײַל אַרום איז זי אַרױף מיט אַ האַק פֿון אײַזן און האָלץ.
־־ "איז דאָס דײַן האַק?"־־ "יאָ," ־־ האָט דער האָלטצהעקער געעענטפֿערט.האָט געזאָגט די זשאַבע: ־־ "װײַל די האָסט ניט געװאָלט צונעמען קײן פֿרעמדע האַק, שענק איך דיר אַלע דרײַ העק."
דער האָלצהעקער האָט גענומען די דרײַ העק און איז אַװעק אַהײם. ער האָט אַלעמען דערצײלט װאָס מיט אים האָט געטראָפֿן.
ב
אַ האָלצהעקער, אַ שכן, האָט דאָס דערהערט, איז ער אױף גיך אַװעק צום טײַך און האָט אַרײַנגעװאַרפֿן זײַן פּראָסטע האַק אין װאַסער. דערנאָך האָט ער זיך אַװעקגעזעצט בײַם ברעג און האָט גענומען װײנען.
האָט זיך באַװיזן די זעלביקע זשאַבע און געפֿרעגט:־־ "פֿאַרװאָס װײנסטו?"־־ "מײַן האַק איז אַרײַנגעפֿאַלן אין װאַסער און איך קען זי ניט אַרױסנעמען," ־־ האָט דער שכן געענטפֿערט.
די זשאַבע האָט זיך אַראָפּגעלאָזט אין װאַסער און אין אַ װײַל אַרום איז זי אַרױף מיט אַ גאָלדענער האַק.
־־ "איז דאָס דײַן האַק?" ־־ האָט זי אים געפֿרעגט.־־"יאָ", ־־ האָט ער געענטפֿערט.
װען די זשאַבע האָט דאָס דערהערט, האָט זי זיך אַראָפּגעלאָזט אין װאַסער און איז שױן מער ניט אַרױף צוריק

־זלמן יעפֿרױקין און יודל מאַרק

No comments: