אַלע צרות װאָס איך האָב אױף מײַן האַרצן, זאָלן אױסגײן צו זײַן קאָפּ.
זאָל עס אים אָנקומן װאָס איך װינטש אים (כאָטש אַ העלפֿט, כאָטש האַלב, כאָטש אַ צענט חילוק).
אײן אומגליק איז פֿאַר אים װײניק
פֿינסטערע לײד זאָל נאָר די מאַמאַ אױף אים זען.
חתונה האָבן זאָל ער מיט די מלאך המװעת טאָכטער
שטײנער זאָל זי האָבן, ניט קײן קינדער
אױסקרענקן זאָל ער דאָס מאַמעס מילך
זאָל ער קרענקן און געדענקען
זאַלץ אים אין די אױגען, פֿעפֿער אים אין די נאָז
שטײנער אױף זײַנע בײנער
טרינקן זאָלן אים פּיִאַװקעס
אַ משוגענער זאָל מען אױשרײַבן, און אים אַרײַנשרײַב
ן אַ הילצענער צונג זאָל ער באַקומן
קריגן זאָל ער די ___ בראָך
גאָט זאָל אױף אים אָנשיקן פֿון די צען מכּות די בעסטע
פֿראַנסן זאָל עסן זײַן לײַב
אַ קלײן קינד זאָל נאָך אים הײסן
װי צו דערלעב איך אים שױן צו באַגראָבן
גאָט זאָל אים בענטשן מיט דרײַ מענטשן: אײנער זאָל אים האַלטן, דער צװײטער זאָל אים שפּאַלטן און דער דריטער זאָל אים באַהאַלטן
װיפֿיל יאָר ער איז געגאַנגן אױף די פֿיס זאָל ער גײן אױף די הענט און די איבעריקע זאָל ער זיך שאַרן אױף די הינטן
אַלע צײן זאָלן בײַ אים אַרױספֿאַלן, נאָר אײנער זאָל אים בלײַבן אױף צאָנװײטונג
גאָט זאָל געבן, ער זאָל האָבן אַלצדינג װאָס זײַן האַרץ גלוסט, נאָר ער זאָל זײַן געלײמט אױף אַלע אבֿרים און ניט קענען רירן מיט דער צונג.
מגולגל זאָל ער װערן אין אַ הענגלײַכטער, בי טאָג זאָל ער הענגען, און בײַ נאַכט זאָל ער ברענען.
זײַן מזל זאָל אים לײַכטן װי די לבֿנה אין סוף חדוש
ער זאָל האָבן פּרהס מכּות באַשאָטן מיט איובֿס קרעץ
ער זאָל קאַקן מיט בלוט און מיט אײטער
הענג דיך אױף אַ ציקערשטריקל װעסטו האָבן אַ זיסן טױט
עס זאָל דיר דונערן אין בױך, װעסטו מײען אַז ס’איז אַ המן קלאַפּער
No comments:
Post a Comment