11.3.09

ייִד זײַן

אַ מאַמע מיט אַ קינד פֿאָרט אױף אַן אױטאָבוס פֿון תּל־אבֿיבֿ קײן ירושלים. די מאַמע רעדט צו איר קינד אױף ייִדיש, און דאָס קינד ענטפֿערט איר אױף עבֿריתּ. די מאַמע זאָגט אים, "ענטפֿערן מיר אױף ייִדיש", אָבער די גאַנצע נעסיע רעדט זי אױף ייִדיש, און דאָס קינד ענטפֿערט אױף עבֿריתּ.
דער אױטאָבוס קומט אָן אין ירושלים און אַ מענטש פֿרעגט בײַ דער מאַמע, "פֿאַר װאָס װילסטו אַז דײַן קינד זאָל דיר ענטפֿערן אױף ייִדיש? ער רעדט דאָך עבֿריתּ.
"זאָגט די מאַמע, "איך װיל אַז מײַן קינד זאָל געדענקן אַז ער איז אַ ייִד
.איך האָב די דאָזיקע מעשׂעלע געהערט נעכטן בײַ נאַכט בײַם נײַם ייִדישן רעפּעטואַר
(אױף ענגליש)

No comments: