11.3.09

געטיִער פֿאַל

טױזנטער יאָרן האָבן פֿילאָסאָפֿן געגלױבט אַז װיסן איז באַרעכטיקטער אמתער גלױבן
געטיִער איז אַ פֿילאָסאָף װאָס האָט אױסגעטראַכט פֿאַלן אַזױ װי עפּעס קענט זײַן אַ באַרעכטיקטער אַמתער גלױבן און ניט זײַן
װיסן
:אָטאָ איז אַ משל פֿון אַ געטיִער פֿאַל
שמואל גײט איעם עמפּײַער סטײַט בנינס ליפֿט אַרײַן. צװישן דער ערשטער און צװאַנציקער גאָרנס ברעכט ער אױס.
אינגיכן ראַמט שמואל אױף זײַן ברעכעכץ. ער ראַמט אױף אַזױ גוט אַז קײנער װעט װיסן אַז ער האָט אױסגעבראָכן.
אַפֿילו דער ליפֿטס לופֿט שמעקט װי בלומען
דער ליפֿט קומט אָן אױפֿן צװאַנציקן גאָרן.
קיש קומט אַרײַן אינעם ליפֿט.

די טירן פֿאַרמאַכן זיך און תּיכּף קיש ברעכט אױס

אי שמואל אי קיש װיל נישט אױפֿראַמען דער ברעכעכץ.

דער ליפֿט קומט אָן אױפֿן פֿערציקן גאָרן און קיש איז אַרױס.

שמואל בלײַבט אינעם ליפֿט מיטן ברעכעכץ.
דער ליפֿט קומט אָן אױפֿן פֿופֿציקן גאָרן.

פּלוני קומט אינעם ליפֿט אַרײַן.

ער זעט דעם ברעכעכץ, און גלױבט אַז שמואל האָט אױסגעבראָכן אינעם ליפֿט.
פּלוניס גלױבן איז אי באַרעכטיקט אי אַמת.

!אָבער עס איז ניט װיסן

No comments: