27.2.08

װאַטש יור סטעפּ

(װאַטש יור סטעפּ (גיב אַכטונג װוּ דו גײסט
(אַמעריקע, אַ לאַנד פֿון "האָרי אָפּ" (מאַך גיך
(אײנער לױפֿט צו "ביזנעס" (געשעגט
"אײנער לױפֿט אין "שאָפּ
(אײנער האָט אַ "דײט" (ראַנדקע
געקומען איז צו שפּעט
"אײנער לױפֿט צו "פּינאָקל
"ער האָט אַ "דאָבל בײט
(אײנער לױפֿט צו אַ "פּלײ" (פֿאָרשטעלונג
"אײנער לױפֿט צו אַ "קאַבאַרײ
(אײנער לױפֿט אין "דראָגסטאָר" (אַפּטײק
װײַל דער בױך טוט אים װײ

װאַטש יור סטעפּ
(שרײַט מען אױס גאַנץ "פּלײן" (פּשוט
װאַטש יור סטעפּ
(איבעראַל קענט איר עס זעןאין דער "סאָבװײ", אין דער "קאַר" (אױטאָ
אַרױף און אָראָפּ די טרעפּ
שרײַט אײנער הױך
מיטן גאַנצן כּוח
װאַטש יור סטעפּ

אַ מײדל פֿון דער אַרבעט
שרײַט מאַמע מײַן
(אױ גיט מיר מײַן "באָס" (באַלעבאָס
!(זײער אַ "גוד טײַם" (פֿאַרברענגען גוט
(איך פֿאָר װי אַ "קװין" (מלכּה
אין זײַן מאַשין
(װאָס ער גיט זײַן װײַבלקריג איך אױך צו טין (טאָן
ער קױפֿט מיר פֿיר רינגלעך און "סילק
(סטאָרקינגס" (זײַדענע זאָקן) און אַ "העט" (הוט
ער זאָגט פֿון זײַן װײַבל
קריגט ער באַלד אַ גט
(עס איז מיר װױל, ס'איז מיר גיט (גוט
מיט יעדער מאַן
מאַך איך אַ "היט" (הצלחה)
זאָגט די מאַמע
טאָכטער מײַן
:פֿאַרגעס דאָס ניט
װאַטש יור סטעפּ
לאָז איר ניט פֿאַרגײן
װאַטש יור סטעפּ
װײַל זי װעט זינגען שײן
װײַל זי איז פֿול מיט פֿײַער
פֿול מיט לעבן
(פֿול מיט "פּעפּ" (לעבעדיקײט
גיט אַ קיק (קוק), ביסט פֿול מיט גליק
װאַטש יור סטעפּ
גאָס גאָלדשײן-

No comments: