29.10.08

זע אײַן ייִנגליש...װי אַ זשאַרגאָן

ס'איז שױן די צײַט צו אײַנזען ייִנגליש, און אײַנזען עס װי אַ זשאַרגאָן. ס'איז די צײַט ניט נאָר פֿאַר ייִדישיסטן, נאָר אַלע ייִדן.
מײַן פֿאַר װאָס איז קלאָר.
אַ סך מאָל װעלן מענטשן באַצעטלען עפּעס װי "ייִדיש" װען עס איז פּושט ניט אַזױ
אַזאַ טועת מאַכט שום קײן אױס ניט פֿאַר ייִנגליש, װײַל ייִנגליש איז גאָר אַ זשאַרגאָן. אָבער עס איז ניט אַזױ מיט ייִדיש.
ייִדיש איז באמת אַ רײַכע שפּראַך. נעבעך װעלן מענטשן מײנען אַז זי איז אָרעם װײַל אַנדערע מענטשן באַצעטלען ייִגליש לידער און רײד װי "ייִדיש". דאָס איז די סיבה אַז אַלע ייִדן דאַרף אײַנזען ייִנגליש.
װען כאָטש די ייִדן װאָס פֿאַרשפּרײטן ייִנגליש פֿאַרשטײן אַז ייִנגליש איז אַנדעריש װי ייִדיש, װעט עס זײַן אַ בעסער טאָג פֿאַר אונדזער שטאָלצע לשון.
אױף װעבזײַטלעך װי יוטוב, צו פֿיל ייִדן (און גױים) באַצעטלען עפּעס װאָס איז אָדער ייִנגליש אָדער ענגליש װי ייִדיש
װי ייִדן, מיר קענען נישט דערלאָזן מענטשן אָפּנאַרן די מאַסן. בפֿרט װעגן עפּעס װאָס איז אַזױ װיכטיק און נאָענט צו אונדז.
צו די ייִדן װאָס אָפּנאַרן װיל איך זאָגן:
זײַט אַזױ גוט הערט אױף דײַן אָפּנאַרונג. ניצט די װאָרט "ייִנגליש" װען דו שרײַבסט, זינגסט, רעדסט אױף אַ שפּראַך װאָס איז ניט טאַקע ייִדיש.

3 comments:

Yakov said...

דערקלער נאָר אַ פּאָר זאַכן און איך װעל קאָריגירן׃

װאָס מײנסטו מיט:

"זע אײַן" ייִנגליש?

"אַזאַ טעות מאַכט שום קײן אױס ניט פֿאַר ייִנגליש"

The W said...

איך ניץ "זע אײַן" װײַל איך װײס ניט װי מע זאָגט "רעקאָגנײַז!' אױף ייִדיש.

מיט "אַזאַ טעות..." װיל איך זאָגן אַז עס מאַכט ניט אױס פֿאַר ייִנגליש אױב מע רופֿט עס "ייִדיש".

Yakov said...

ס'איז שױן צײַט צו אָנערקענען ייִנגליש װי אַ זשאַרגאָן. ס'איז צײַט ניט נאָר פֿאַר ייִדישיסטן, נאָר פֿאַר אַלע ייִדן גלײַך.
די סיבה איז קלאָר.
אַ סך מאָל רופֿט מען אָן "ייִדיש" דאָס װאָס אין דער אמתן איז נישט ייִדיש.
אַזאַ טעות מאַכט קײן שום חילוק ניט פֿאַר ייִנגליש, װײַל ייִנגליש איז גאָר אַ זשאַרגאָן. אָבער עס איז ניט אַזױ מיט ייִדיש.
ייִדיש איז באמת אַ רײַכע שפּראַך. מע װעט אפֿשר מײנען אַז זי איז נעבעך אָרעם װײַל אַנדערע מענטשן רופֿן אָן ייִנגלישע לידער און רײד "ייִדיש". דערפֿאַר דאַרפֿן אַלע אָנערקענען ייִנגליש װי אַ זשאַרגאָן.
װען די ייִדן װאָס פֿאַרשפּרײטן ייִנגליש זאָלן כאָטש פֿאַרשטײן אַז ייִנגליש איז אַנדערש פֿון ייִדיש, װעט עס זײַן אַ בעסער טאָג פֿאַר אונדזער שטאָלץ לשון.
אױף װעבזײַטלעך װי יוטוב, באַצעטלען צו פֿיל ייִדן (און גױים) עפּעס װאָס איז אָדער ייִנגליש אָדער ענגליש װי ייִדיש.
אַלס ייִדן קענען מיר נישט דערלאָזן מענטשן זאָלן אָפּנאַרן די מאַסן. בפֿרט װעגן עפּעס װאָס איז אַזױ װיכטיק און נאָענט צו אונדז.
צו די ייִדן װאָס נאַרן אָפּ װיל איך זאָגן:
זײַט אַזױ גוט און הערט אױף אײַער אָפּנאַרעניש. ניצט דאָס װאָרט "ייִנגליש" װען איר שרײַבט, זינגט, אָדער רעדט אױף אַ שפּראַך װאָס איז ניט טאַקע ייִדיש.