יעקבֿ און שמואל האָבן געשמועסט און שמואל האָט געפֿרעגט בײַ יעקבֿ, וויפֿל האַלט דער זייגער? יעקבֿ ענטפֿערט אים און פֿרעגט שמואלן, פֿאַר וואָס ער טראָגט נישט קיין זייגערל? ענטפֿערט שמואל, אַז ער דאַרף נישט, ער קען אַלע מאָל פֿרעגן בײַ אַן אַנדערן. "אָבער וואָס געשעט ווען איר שטייט אויף אין מיטן דער נאַכט, און איר דאַרפֿט וויסן וויפֿל עס האַלט דער זייגער?" ענטפֿערט שמואל — "האָב איך אַ שופֿר". "ווי קען אַ שופֿר אײַך העלפֿן צו וויסן וויפֿל עס האַלט דער זייגער?" פֿרעגט ווײַטער יעקבֿ.
איך עפֿן דאָס פֿענצטער און בלאָז דעם שופֿר אויף דער גאַס, און עמעצער עפֿנט זײַן פֿענצטער און שרײַט —
!"׳ביסט משוגע געוואָרן! ווער בלאָזט אַ שופֿר דרײַ אַ זייגער בײַ נאַכט!׳ ווייס איך שוין, וויפֿל עס האַלט דער זייגער"
No comments:
Post a Comment