הײַנט בין איך געפֿאָרן קײן אינסטאַלאַטאָר פּאַרק (אַן ערך לאַ ברײאַ און סאַנטאַ מאָניקאַ בולעװאַרד) אױף אַ לײען־קרײַז. איך בין געװען אַ ביסל שפּעט װײַל איך האָב ניט געװוּסט אין װעלכע בנין צו גײן. איך בין אַרומגעגאַנגן אינסטאַלאָטאָר פּאַרק אָן אַ ציל ביז איך האָב געפֿונען דעם בנין. עס איז טאַקע געװען אַ מאָדנע אָרט. דאָרטן איז געװען אַ סך אַלטע רוסישע (ייִדישע?) מענטשן אין דרױסן שפּילן אין קאָרטן. װען איך האָב געפֿונען דעם קלוב, איך האָב זיך געהערט אַז זײ לײענען שלום־עליכם (קאַסריליװקע...)
נאָך שלום עליכם, אַ מענטש װאָס הײסט פּסח האָט געלײנט פּאָעזיע װאָס איך מײן זײַן טאַטע האָט געשריבן.
!"דאָרטן זײַנען געװען 11 מענטשן. אַ סך מאָל אײן פֿרױ האָט גערעדט אױף רוסיש, אָבער די אַנדערע האָט געשריִען "ייִדיש.
אַ פֿרױ װאָס הײסט לאה האָט געזונגען אַ פּאָר מאָל.
(...מע האָט לײענט אַ שטיקל פֿונעם פֿאָרװערץ און אױך פֿון אַ ראַטן־פֿאַרבאַנדיש ביכל (אינעמ
"צום סוף האָב איך געלײענט זשיטלאָװסקיס איבערזעצונג פֿון שטשעדרינס "דער אַלטער װאָלף.
איך מײן אַז איך װיל פֿאָרן אין אינסטאַלאַטאָר פּאַרק נאָך אַ מאָל איבער אַ װאָך. איך האָף אַז איך װעל האָבן די מעגליכקײט צו רעדן מיט מער פֿון די מענטשן.

No comments:
Post a Comment