19.11.08

תּפֿיסהניק

הײַנט זעץ איך זיך אין אַ תּפֿיסה
מײַן אײגענע נאַרישקײט האָט מיר דאָ געװאָרפֿן
די לופֿט איז דיק מיט רױך
די שװאַרצע הימל איז קראַנק מיט גרױסן־כּרכלישע ליכט
מײַן קאַמער איז ענג מיט סימנים
דענקמאָלן פֿון פֿרײַהײט
הײַנט איז מײַן נשומה אין גאָר קײטן
מײַן סטראָף: אַנדערטהאַלב יאָר פֿון בענקשאַפֿט
געװיס, מײַן תּפֿיסה איז ניט קײן געװײנטלאַך תּפֿיסה פֿון אײזן און שטאָל
ס'איז דאָך שײן, ס'איז דאָך פֿײַן, ס'איז דאָך באַקװעם
מײַן שטראָף איז אַ װאַקאַציע װאָס איז צו לאַנג
אַ דורכשניטלעך חלום אין װאָס גאָרנישט איז געשען

אױף די װאַקאַציע בין איך װײַט ניט נאָר פֿון דער הײם נאָר פֿון עקסיסטענץ

אַצינד זײַנען מײַנע צורות פֿאַר מיר מײַן אײנציקע רפֿואה
!װאַכט אױף! דאָס אָרט איז ניט באַקװעם, דאָס אָרט איז ניט קײן פֿײַנער

געדענק אַז דו ביסט אין תּפֿיסה, אַז דו ביסט אין גאָר גלות
!די צורות מײַנער זײ שרײַען: אין אַ חודש אַרום דו װעט זײַן אַ פֿרײַער! נעם דײַן רפֿואה און דו װעסט װערן פֿרײַ
בעת אַזאַ מין חודש זײַנען די טעג ניט מער װי שעהען און מינוטן
אפֿילו שבת איז אָן הנאה; ענג מיט בענקשאַפֿט
מאָנטיק, דינסטיק, מיטװאָך, דאָנערשטיק, פֿרײַטיק, שבת, זונטיק, װאַרטן זײ אַלע.
הײַנט זעץ איך זיך אין תּפֿיסה, שטום, בענקנדיק און װאַרטדיק

No comments: